די גדולי הדור (שיר)
אינדרויסן איז קאלט א רעגן פאלט די װעלט איז שװארץ איז אן א הארץ װי ביטער איז די נײעס װאס מען הערט און דא און דארט אויף יעדן ארט מען זעט עס פעלט די תּוֹרָה װעלט װאס קען מען טוהן די ליכט פון תּוֹרָה איז אװעק עס איז פּלוצלינג א טאג געקומען די הערצער פארקלעמט ביז גאר מיהאט בײ אונז צוגענומען די פירער פון אונזער דוֹר מען זעט ניט דעם הַדְרַת פָּנִים מיהערט ניט די זיסע רײד מיר זענען געבליבן יתומים אלײן מיר קענען עס ניט פארשׁטײן
בײם בארג סיני געמאכט א תְּנַאי מיט די אידן האט דער גרויסער ג־ט אז בײ דעם איד זאל די תּוֹרָה זײן אפגעהיט געזאגט צו איהם ער בעט פאר דעם א מַשְׁכּוֹן פײן זאל א עֲרוּב זײן אז בײ דעם איד זאל די תּוֹרָה זײן אפגעהיט די מַשְׁכּוֹן איז דאן געװעזן די קלײנע קינדערלעך די תּוֹרָה ניט צו פארגעסן און לערנען איהר גאר אסאך יעצט דארפן מיר פארריכטן דעם פעלער און אויסגלײכן דעם װעג מיטן קוֹל תּוֹרָה פון די גאנצע װעלט פילט מען אן דאס װאס אונז פעלט דער באשׁעפער זאל כֹחַ אונז געבן און העלפן אונז אין דעם מיר זאלן װאקסן און שׁטײגן אין תּוֹרָה און אין יִרְאָת הַשֵּׁם׃